קאראקאס - אידן אין ווענעזועלע האבן אויסגעדריקט שאק נאכדעם וואס דער ארטיגער פרעזידענט ניקאלעס מאדורע האט געזאגט אז ער ליידט זיך צוזאם פונקט ווי די אידן האבן געליטן אין דער נאצי עפאכע. מאדורע׳ס ווערטער זענען געקומען אין רעאקציע צו דעם וואס דאס לאנד פארט אויף רעדער אין אן אומאפיציעלער רעוואלוציע קעגן דער מאדורע רעגירונג, וויבאלד די עקאנאמיע דארטן איז אין טאטאלן צוזאמפאל און דער מאדורע רעזשים פרובירט אונטערצודרוקן די פראטעסטן און די גאנצע אפאזיציע. פרובירנדיג צו קריגן סימפאטיע, האט מאדורע געגעבן א רעדע אז ער איז אונטער אטאקע, און ער איז פונקט אזא רחמנות ווי די אידן זענען געווען אונטער די נאציס ימ״ש, זאגנדיג ״די איינציגסטע דיפערענץ איז אז זיי האבן געהאט געלע שטערנס און מיר האבן רויטע הערצער אין וועלכע ס׳פאמפעט בלוט״. מאדורע׳ס ווערטער זענען אראפגעריסן געווארן אלס אומסענסיטיוו.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל