וואשינגטאן - א פרישע אויפדעקונג צייגט אז ווען טראמפ האט אויפגענומען די 2 רוסישע באאמטע אין ווייסן הויז איין טאג נאכ'ן ארויסווארפן דזשעימס קאומי, האט ער דאס דיסקוסירט מיט די 2 רוסישע באאמטע. לויט דער אויפדעקונג, האט טראמפ זיי געזאגט אז דאס ארויסווארפן קאומי וועט אראפנעמען פרעשור פון רוסלאנד, ווייל קאומי איז דער וואס האט אנגעפירט מיט דער רוסלאנד אויספארשונג. ווייסער הויז ווארטזאגער, שאן ספייסער, האט אין א סטעיטמענט נישט קלאר געלייקנט די פרישע אויפדעקונג אז טראמפ האט דיסקוסירט מיט די רוסן דאס וואס ער האט ארויסגעווארפן קאומי, אבער דער רוסישער אויסערן מיניסטער, סערגעי לעווראוו, איינער פון די 2 באאמטע וועלכע האבן זיך געטראפן מיט טראמפ אין אוועל אפיס, האט שבת געזאגט אז די באריכטן זענען הונדערט פראצענט פאלש און אז טראמפ האט בכלל נישט דיסקוסירט מיט זיי קאומי'ן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל