וואשינגטאן - א קוואל אין ווייסן הויז זאגט אז טראמפ אדמיניסטראציע לאיערס האבן זיך שוין אנגעהויבן צוגרייטן פאר דער מעגליכקייט אז טראמפ גייט אימפיטשט ווערן. לויט דעם באריכט גלייבט נישט טראמפ אז ער וועט אימפיטשט ווערן, ווייל די רעפובליקאנער קאנטראלירן קאנגרעס, אבער דאך ווילן אדמיניסטראציע באאמטע זיין גרייט אויף דער מעגליכקייט. די אדמיניסטראציע האט אריינגערופן עטליכע לאיערס און פארשער צו קענען בעסער פארשטיין וויאזוי עס גייען צו די אימפיטשמענט פראצעדורן, און ווילאנג אזא זאך קען דויערן. ווייסע הויז באאמטע האבן זיך אויסגעלאכט פון די באריכטן, און אינערהאלב דער דעמאקראטישער פירערשאפט, אין קאנגרעס און אין סענאט, האט מען שוין אויך איינגעזען אז צו רעדן פון אימפיטשמענט פריצייטיג וועט נאר צוריקקומען בייסן די דעמאקראטן, און די פירערשאפט האט אנגעהויבן לייגן דרוק אויף קאנגרעסלייט נישט צו רעדן פון אימפיטשמענט.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל