וואשינגטאן – נאציאנאלע וועטער באאמטע האבן ארויסגעגעבן א פאראויסשאצונג אויפ'ן זומער סעזאן, זאגנדיג אז מ'זאל דערווארטן א זומער וועלכע וועט ברעכן רעקארדס פון היצן אין פריערדיגע יארן. לויט די באאמטע, וועלן היסטארישע היצן זיך אראפלאזן אין לויף פונעם זומער אויף פערציג פון אלע פופציג אמעריקאנער שטאטן, אפילו אזעלכע סטעיטס ווי אלאסקע וועלכע זענען געווענליך קעלטער ווי נארמאל. די ווארענונג איבער׳ן הייסן זומער קומט נאכדעם וואס מ'האט מיטוואך, דאנערשטאג און פרייטאג געהאט א שטיקל פאראויסבליק וויאזוי דער זומער וועט אויסזען, ווען די וועטערס האבן דערגרייכט העכער ניינציג דעגרי פארנהייט, וואס איז היסטאריש הייס פאר די טעג אינעם גוי׳אישן מאנאט מאי. באזונדער זאגן די וועטער עקספערטן אז דער פארלאפענער אפריל איז שוין געווען דער סאמע הייסטער אפריל זינט מ'האלט חשבון אויף די סטאטיסטיקס שוין עטליכע הונדערט יאר.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל