וואשינגטאן – אן אינטערעסאנטע אומבאריכטעטע סקאנדאל האט זיך אנטוויקלט אין וואשינגטאן, ווען דער סענאט האט מיט עטליכע טעג צוריק געשטימט, כמעט פאראייניגט, צו ערלויבן א היסטארישע האלצערנע שיף צו ווערן באנייעט און נאכאמאל דינען אלס אן אקטיווע טוריסטן שיף. די רעדע איז פון דער ניינציג יעריגער ״דעלטא קווין״ שיף, וואס דער סענאט האט געשטימט אויף א ביל, פאראייניגט דעמאקראטן און רעפובליקאנער, אז די שיף זאל אנהייבן טוריסטן-רייזעס לענגאויס דער מיסיסיפי טייך, און די סיבה דערצו איז ווייל די רייזעס וועלן ברענגען פרישן טוריזם אין אלע סטעיטס וועלכע גרעניצן זיך מיט דער טייך. למעשה זאגט אבער די ״קאוסט גארד״ אז די שיף איז ווייט פון פארזיכערט צו קענען אויפנעמען פאסאזשירן, סיי צוליב איר אלטקייט און סיי ווייל זי איז געמאכט הונדערט פראצענט פון האלץ, וואס כמעט אלע גרויסע שיף קאטאסטראפעס אין אמעריקאנער היסטאריע, האבן פאסירט ווען א האלצערנע שיף, אנגעפילט מיט פאסאזשירן, איז פארכאפט געווארן אין פלאמען. אבער ווי געשריבן האט עס שטיצע פון ביידע פארטייען און די קאוסט גארד ווארענונגען ווערן איגנארירט. הפנים, א פאליטישע סקאנדאל פון א זעלטענעם סארט...

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל