וואשינגטאן – די אנגייענדיגע האנדלס שטרייט צווישן אמעריקע און קאנאדע, האט אנגעהויבן ארייננעמען די אמעריקאנער אוויאציע פירמע ״באואינג״, וועלכע בעט זיך ביי דער טראמפ אדמיניסטראציע אויפצוהערן געוויסע באשולדיגונגען קעגן קאנאדע, אויס זארג אז באואינג וועט פארלירן א גרויסן מיליטערישן דיעל. באואינג האט שוין א צייט צוריק געשלאסן אן אפמאך מיט דער קאנאדישער רעגירונג, אז קאנאדע וועט קויפן אכצן פארגעשריטענע און טייערע ״הארנעט״ מיליטערישע פליגערס פון באואינג, און דער אפמאך איז יעצט אין געפאר פון בטל ווערן, וויבאלד די טראמפ אדמיניסטראציע האט אנגעהויבן באשולדיגן די קאנאדישע ״באמבארדיער״ אוויאציע פירמע אין פארקויפן דירעקט-ביליגע פליגערס פאר אמעריקאנער לופטליניעס מיט'ן ציל צו האקן די פרייזן אויפ'ן מארקעט. קאנאדע זאגט אז אויב וועט די טראמפ אדמיניסטראציע נישט אויפהערן מיט דער באשולדיגונג, וועט קאנאדע מעגליך אפשאפן דעם ״הארנעט״ אפקויף, וואס וועט באדייטן א שאדן פון ביליאנען דאלארן פאר׳ן אמעריקאנער אוויאציע ריז באואינג.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל