אלבאני – דער ניו יארק סטעיט קאמפטראלער, טאמעס דינאפאלי, קאאפערירט מיט א ברייטער אויספארשונג וואס סטעיט אויספארשער האבן אונטערגענומען צו דערגיין פארוואס די סטעיט האט ארויסגעצאלט גרויסע געלטער פון צענדליגער טויזנטער דאלארן יערליך פאר געוויסע סטעיט סענאטארן. די געלטער זענען געווען אויסער די געהעלטער וואס די סטעיט סענאטארן פארדינען, און איז געווען ספעציעל פאר פירערשאפט פאזיציעס אינערהאלב דעם סטעיט סענאט, אבער אין רעאליטעט האבן די סענאטארן וואס האבן באקומען די געלטער בכלל נישט קיין ספעציעלע פירערשאפט פאזיציעס. דינאפאלי'ס אפיס איז באאויפטראגט אויסצושרייבן די סארט געלטער, און דעריבער איז ער א הויפט ציל פון דער אויספארשונג. גאווערנאר קאומאו האט שוין דאנערשטאג אפן קריטיקירט דינאפאלי פאר'ן באשטעטיגן די געלטער אן דעם וואס ער זאל געהעריג וויסן וואס דאס איז.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל