טרענטאן – ניו דזשערסי סטעיט באאמטע האבן געמאלדן אז דער פראצענט ארבעטסלאזע אין דער סטעיט איז געפאלן אין לעצטע מאנאטן מיט א צענטל פון א פראצענט, און יעצט זענען דא בלויז 4.1 פראצענט ניו דזשערסיער איינוואוינער וועלכע האבן נישט קיין דזשאבס, וואס איז די נידריגסטע ארבעטסלאזיגקייט פונקט אין דער סטעיט זינט יאר 01'. לאקאלע עקאנאמישע עקספערטן זאגן אז זינט יאנואר האבן אסאך קאנסטרוקציע פירמעס און פאבריקן אנגעהויבן אויפנעמען פרישע טויזנטער ארבעטער, וואס איז א דירעקטער רעזולטאט פון דעם פאזיטיוון עקאנאמישן אויסקוק און באנייעטער קאנפידענץ אינעם צוקונפט וואס די ערוויילונג און איינשווערונג פון דאנאלד טראמפ אלס פרעזידענט האט געברענגט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל