לאנדאן – אויב וועט איר, אין א פאר מאנאטן ארום, אריינפליען קיין לאנדאן מיט א פליגער צום "לאנדאן סיטי" לופטפעלד, וועלן די לופט טראפיק קאנטראלירער נישט זען אייער פליגער פיזיש דורך די פענסטער פון א געווענליכן "לופט טראפיק קאנטראל טורעם", נאר זיי וועלן זען דעם פליגער דורך גרויסע קאמפיוטער סקרינס אין א ספעציעלן אפיס בערך זיבעציג מייל ווייט פונעם לופטפעלד. דער "לאנדאן סיטי" לופטפעלד גייט אין די טעג אריבער א מאסיווע רענאוואציע פון 455 מיליאן דאלער, און טייל פונעם פראיעקט וועט זיין אפצושאפן די געווענליכע ביז-יעצטיגע קאנטראל טורעם וואס מ'זעט אין יעדן גרויסן לופטפעלד, נאר אנשטאט וועט מען אוועקשטעלן צוויי הויכע שטאנגען וועלכע וועלן זיין אויסגעשטאט מיט גאר פארגעשריטענע קאמערעס וועלכע קענען אויפכאפן עטליכע זייטן אויפאמאל און שיקן לעבעדיגע ווידעא צום אפיס וואו עס וועלן זיצן די קאנטראלירער. "לאנדאן סיטי" איז דער ערשטער גרויסער לופטפעלד אין דער וועלט אריבערצוטוישן צום פארגעשריטענעם סיסטעם, וואס עקספערטן זאגן אז ס'וועט סיי זיין מער עקאנאמיש אויסגעהאלטן און סיי ס'וועט געבן מער אפציעס אין פאל פון עמורדזשענסי, ווייל אויב א פליגער גרייט זיך צו לאנדן און די פילאטן באריכטן פראבלעמען, וועלן די קאנטראלירער קענען "אריינזומען" מיט די קאמערעס גאר נאענט אויפן פליגער, און באטראכטן דעם פראבלעם אין לויף פון דער גאנצער לאנדונג.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל