ווענעזועלער אפאזיציע פירער רופט פון זיין טורמע צעל פאר ווייטערדיגע פראטעסטן

די פּאָליטישע אומרוען אין ווענעזועלע האַלטן ווייטער אן, און עס הערשט א שטאַרקע זאָרג אַז די צושטאַנד קען פאַרערגערט ווערן, און עס קען קומען צו אַ גרעסערע בלוט באָד, ספעציעל נאָכדעם וואָס דער הויפט אַפאזיציע פיגור ליאַפּאָלדע לאָפּעז (Leopoldo López) איז אַרויסגעקומען מיט אַ דראַמאַטישע רוף צו די ווענעזועלער בירגער צו פאַרשטערקערן די פּראָטעסטן ביז מען וואַרפט אום די רעזשים פון ניקאַלאָס מאַדוראַ (Nicolás Maduro).

לאָפּעז זיצט אין אַ שטרענגע טורמע שוין זינט 2014, און איז פאַראָורטיילט געוואָרן אויף טעראָריזם און פאַרראַט קלאַגעס. נאָך לאַַנגע חדשים וואָס ער איז געווען איזאָלירט און מען האָט נישט צוגעלאזט צו אים קיין באזוכער, האָט אים זיין ווייב באזוכט אין טורמע און אַרויסגעלייגט א רוף אין זיין נאָמען זאָגנדיג אַז ער רופט יעדן איינעם צו אָנהאַלטן די פּראָטעסטן און זיך נישט ברעכן אונטער די ברוטאַליטעט פון די מאַדוראַ רעזשים.

דעם פרייטאג זענען די פּראָטעסטן געקומען צו א קלימאקס, און אויף עטליכע ערטער האָבן די פּראָטעסטירער אומגעוואָרפן די סטאַטוען פון דעם פאַרשטאָרבענעם פירער יוגא שאַוועז (Hugo Chávez), וואס מאַדוראַ גייט אין זיינע פוסטריט. הונדערטער זענען אַרעסטירט געוואָרן און פילע זענען פאַרוואונדעט געוואָרן, און נאך איינער איז אומגעקומען. דאָס האָט געברענגט די צאָל אומגעקומענע אין די לעצטע פאליטישע אומרוען צו 36; די מערהייט פון זיי דורך פּאָליציי שיסעריי.

דעם שבת האָבּן טויזנטער פרויען מאַרשירט אין די גאַסן פון די הויפטשטאַט קאַראַקאַס, און גערופן די פּאָליציי צו ענדיגן די ברוטאַליטעט קעגן די פּראָטעסטירער, און אויסגעדרוקט זייער זאָרג אַז די סיטואַציע גליטשט זיך צו ווערן אַ פולשטענדיגע ברודער קריג.

ליאַפּאָלדע לאָפּעז - Leopoldo Lopez
ליאַפּאָלדע לאָפּעז
ניקאַלאָס מאַדוראַ
ניקאַלאָס מאַדוראַ
יוגא שאַוועז - Hugo Chávez
יוגא שאַוועז


גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל