29 אומגעקומען אין  ווענעזועלער פראטעסטן


קאראקאס – פאליציי און זיכערהייט באאמטע אין ווענעזועלע האבן נעכטן באשטעטיגט אז די צאל אומגעקומענע פון די אנגייענדיגע פראטעסטן אין לאנד איז געשטיגן צו 29, מיט פילע צענדליגער פארוואונדעטע. די פראטעסטן גייען שוין אן עטליכע מאנאטן, אבער האבן זיך פארשטארקערט אין די לעצטע פיר וואכן, ווען די פראטעסטירער און אפאזיציע צום פרעזידענט ניקאלעס מאדורע פארלאנגען אז די רעגירונג זאל פאררופן באלדיגע פרעזידענט וואלן, צוליב'ן עקאנאמישן קריזיס אין לאנד, און די פראטעסטירער ווילן ברענגען אן ענדע צו דער סאציאליסטישער שטייפע האנט אויף זייער רעגירונג.

די צאל פאטאליטעטן זענען געשטיגן וויבאלד די פראטעסטירער זענען אין די לעצטע טעג געווארן מער אגרעסיוו, שיסנדיג שטיינער אין ריכטונג פון די אפיצירן, וואס צווינגט די פאליציי צו נוצן נאגייקעס און טרערן גאז אפצושטעלן די פראטעסטירער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל