אמעריקע שטעלט ארויס צפון קארעא פאליסי

וואשינגטאן – די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן ארויסגעשטעלט די קלארע דעטאלן פון איר פאליסי איבער'ן געפאר פון די קאמוניסטישע צפון קארעא, זאגנדיג אז דער נייער צוגאנג וועט זיין גאר שטייפע עקאנאמישע סאנקציעס און אן אפנקייט צו מעגליכע געשפרעכן אויב צפון קארעא צייגט ארויס גרייטקייט אויפצוגעבן זייערע נוקלעארע וואפן אמביציעס.

די אויסקלארונג פון דער פאליסי איז געקומען נעכטן נאכדעם וואס טראמפ אדמיניסטראציע נאציאנאלע זיכערהייט באאמטע האבן זיך געטראפן מיט אלע 100 אמעריקאנער סענאטארן פאר א זעלטענער זיצונג אין ווייסן הויז, וואו פרעזידענט טראמפ פערזענליך איז בלויז אריינגעקומען פאר עטליכע מינוט, און די באאמטע האבן ארויסגעשטעלט די פלענער וויאזוי מ'וועט זיך באגיין מיט צפון קארעא. זיי האבן קלארגעשטעלט אז עקאנאמישע סאנקציעס באדייט אויך אז אמעריקע וועט דרוקן כינע ארויפצושטעלן סאנקציעס אויף צפון קארעא, וואס דאס וועט ממש פארקריפלען צפון קארעא וועלכע איז שטארק אנגעוויזן אויף כינע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל