וואשינגטאן – נעכטן נאכמיטאג האט די טראמפ אדמיניסטראציע ארויסגעשטעלט פרעזידענט טראמפ'ס פלאן גענצליך איבערצומאכן דעם שטייער סיסטעם פון אמעריקע. דער הויכפונקט פונעם פלאן, וועלכע איז געמאלדן געווארן דורך גערי קאהן, דער פארזיצער פון פרעזידענט טראמפ'ס נאציאנאלע עקאנאמישע קאונסיל, און סטיווען מענוטשין, דער פעדעראלער טרעזשורי סעקרעטאר איז אז עס גיט מאסיווע שטייער שניטן פאר גרויסע קארפאראציעס און אויך שניידט עס די שטייער ראטעס פון מיליאנען אמעריקאנער, וואס עקספערטן זענען באלד ארויסגעקומען זאגן אז דער פלאן וועט צולייגן צום פעדעראלן בודזשעט דעפיציט ביליאנען דאלארן, ווייל די פעדעראלע רעגירונג וועט פארלירן א סאך שטייער איינקונפט.

טראמפ'ס פלאן איז ממש גלייך מיט יעדע קלייניגקייט צום שטייער רעפארם פלאן וואס ער האט ארויסגעשטעלט אין לויף פונעם פרעזידענט קאמפיין, וואס לויט דעמאלטדיגע שאצונגען פון יענעם פלאן, וואלט עס אפגעקאסט פאר דער אמעריקאנער רעגירונג 7.2 טריליאן דאלער און וואלט נאר בענעפיטירט די רייכסטע אמעריקאנער, נישט געבנדיג קיין שום שטייער רעדוקציעס פאר די ארימערע און מיטל-קלאס פארדינער. דער פלאן זאגט אז אנשטאט די ביז יעצטיגע זיבן "ברעקעטס", גרופעס, שטייערצאלער, וועלן בלויז זיין 3 ברעקעטס, די ערשטע וואס וועלן צאלן בלויז 10 פראצענט, די צווייטע וואס וועלן צאלן 25 פראצענט און די דריטע וואס וועלן צאלן 35 פראצענט.

טראמפ'ס פלאן וועט שניידן די קארפארעיט טעקס ראטע פון די יעצטיגע 35 פראצענט צו בלויז 15 פראצענט. איין גרויסע אויפטו פונעם פלאן איז אז טראמפ וויל גענצליך עלימינירן דער "עסטעיט שטייער", וואס באדייט אז ווען א מענטש שטארבט דארף אראפגיין א גרויסע פראצענט פון זיין גאנץ פארמעגן פאר דער רעגירונג, איידער די יורשים קענען זיך צעטיילן מיט'ן פארמעגן. אונטער טראמפ'ס פלאן, וועלן יורשים גלייך זיך קענען צעטיילן מיט א פארמעגן, און זיי וועלן נישט דארפן פארלירן א ריזיגן פראצענט פון דער ירושה דורך די "עסטעיט שטייער".

#דעריוד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל