Marwan Barghouti.jpg
מארוואן בארגהאוטי
די מדינת ישראל טורמע אויטאריטעטן האבן - אין א פרואוו צו ברעכן די הונגער סטרייק פון די הונדערטער פאלעסטינער ארעסטאנטן - אונטערגעשטעלט א גוט שטיקל פאר׳ן פירער פונעם הונגער סטרייק מארוואן בארגהאוטי (Marwan Barghouti), דורכ׳ן אריינשטעלן א סורוועילענס קאמערע אין זיין טורמע צעל, און האבן נעכטן פארעפנטליכט א ווידיאו ווי ער באהאלט זיך און עסט שאקאלאדע.

דאס לייגט אריין די פאלעסטינער פירערשאפט אין א פארלעגנהייט, נאכדעם וואס מארוואן בארגוטי ווערט באטראכט ווי אן העעראישער פיגור צווישן די פאלעסטינער, און די ווידיאו ווי ער פארלעצט די הונגער סטרייק וואס ער אליין האט פאררופן, צייגן אויף היפאקראטיע.

א חלק פון די ארטיקל איז גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל