אַמעריקע איז שוין יאָרן לאַנג די אָפיציעלע וואָפן פאַרקויפער פאַר די סאודישע קענגירייך, אָבער אין ליכט פון די גאָר קאַלטע און אָנגעצויגענע באַציאונגען צווישן אָבאַמאַ און די סאודישע רעגירונג האָבן די סאודיער אָנגעקניפט נענטערע באַציאונגען מיט רוסלאַנד און געשלאָסן מיט זיי וואָפן פאַרקויף קאָנטראַקטן. אַצינד זוכט אַמעריקע צו צוריקבאַקומען די ״ביזנעס״, הויפטזעכליך נעמנדיג אין באַטראַכט אַז סאודי אַראַביע איז איינס פון די גרעסטע קויפער פון וואָפן אין די וועלט.

צווישן 2012 און 2015, זענען אַרום האַלב פון די וואפן וועלכע אַמעריקע האָט פאַרקויפט אין מיטל מזרח געגאַנגען פאַר די סאודיער. אבער ביי די ענדע פון די אָבאַמאַ יאָרן, האָט די אַדמינסטראַציע איינגעצוימט די אַמעריקאַנער וואָפן פאַרקויף פאַר די קעניגרייך, אין ליכט פון איר שטאַרקע פאַרמישטקייט אין די ציווילע קריג אין תימן, און אין ליכט פון די באַשולדיגונגען אז די סאודיער מיליטער צילט ציווילע בירגער.

דאָס האָט געברענגט דערצו אַז סאודי אַראַביע האָט אָנגעהויבן צו קויפן אירע וואָפנס פון רוסלאנד אַנשטאַט פון אַמעריקע. די טראָמפ אַדמיניסטראַציע איז אָבער אַנטשלאסן צו פאַרריכטן די באַציאונגען, און ברענגען דערצו אז סאודי אַראַביע זאָל קויפן אירע וואָפן אויסשליסליך פון אַמעריקע. לויט געוויסע באַריכטן, איז דאָס די ציהל פון די יעצטיגע באזוך פונעם פרעזידענט אין סאודי אַראַביע.

אַמעריקע זוכט אַצינד צו שליסן אַ אָפמאַך מיט סאודי אַראַביע אין די ווערט פון צענליגע ביליאָנען דאָלער, וואָס וועט אַריינרעכענען מיליטערישע שיפן, און באַליסטישע מיסילס, און נאָך וואָפן וואָס אין די פאַרגאַנגענהייט האָט אַמעריקע נישט פאַרקויפט פאַר סאודי אַראַביע צוליב קעגנערשאפט פון מדינת ישראל, וואָס האָט היינט בעסערע באַציאונגען מיט סאודי אַראַביע, און גיבט איר צושטימונג פאַר די פאַרקויף.

Image result for US RUSSIA weapon saudi arabia


גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל