די סעלט טויט-קעמפס אויף די טשענעל אינזלען
אַ פרישע היסטאָרישע אויפדעקונג צייגט אַז די בריטישע שפיאָנאַזש און מיליטער האָבן געזוכט צו פאַרדעקן די שחיטות וואָס די נאַציס האָבן דורכגעפירט אויף צענדליגע טויזנטער רוסישע זעלנער - אַריינגערעכנט אַרום 1,000 אידן - אין לויף פון די צווייטער וועלט קריג. די רעדע איז פון די בריטישע ״טשענעל אינזלען״ נעבן פראַנקרייך, וואָס די ענגלישע האָבן עוואַקואירט נאָכדעם וואָס די דייטשן האָבן איינגענומען פראַנקרייך, און די דייטשען האָבן דאָרט אויפגעשטעלט אַרבייטס-לאגערן פאַר די קריגס אַרעסטאנטן.

אַ פאָרשונג וואָס איז יעצט אַרויסגעקומען, צייגט אַז אַרום 70,000 קריגס אַרעסטאַנטן זענען קאַלטבלוטיג דערשאָסן געוואָרן אויף דעם אינזל אין לויף פון די קריג, אָבער די בריטישע מיליטער וואָס האָט צוריקגעכאַפט דעם אינזל נאכ׳ן קריג, האָט זיך געשעמט צו פאַרשפרייטן די ריכטיגע ציפערן, וויבאַלד דאָס וואָלט פאַרשעמט די בריטישע אַרמיי, אַז זיי האָבן זיך עוואַקואירט, און האָבן דעריבער אָנגעגעבן אַז בלויז אַרום 400 זענען דאָרט דערמאָרדעט געוואָרן.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל