די EB-5 וויזע פּראָגראַם
אַ שטורעם איז אַנשטאַנען אין די פּרעסע, נאָכדעם וואָס עס איז בּאַקאַנט געוואָרן אַז די קושנער פאַמיליע האָט אויסגענוצט די פּאָזיציע צו צוזאָגן פאַר כינעזער אינוועסטירער אַז זיי קענען באַקומען בּירגערשאַפט אויב זיי טוען אינוועסטירן אין זייער פאַמיליע ביזנעס. לויט די באַשולדיגונג, האָבן מיטגלידער פון די קושנער פאַמיליע דערמאַנט דזשעראַד קושנער אין לויף פון אַ קאנפערענץ, אין וועלכע זיי האָבן פּראָבירט צו באַאֵיינפלוסן כינעזער אִינוועסטירער וועלכע זוכן צו באַקומען בירגערשאַפט אין אַמעריקע דורך אינוועסטירן אין אַמעריקאַנער פירמעס, אַ זאַך וועלכע איז ערלויבט דורך אַ ספעציעלע וויזע פראגראם פאַר רייכע אויסלענדישע אינוועסטירער.

ביי אַ קאַנפערענץ אין בעידשינג - געצילט צו אויפטרייבן געלט - האָט אַ שוועסטער פון דזשעראַד קושנער דערמאנט די ראָלע וואָס איר ברודער שפילט אין די אַדמיניסטראַציע, אַ זאַך וואָס איז געווארן אויסגעטייטשט ווי אַ אָנדייטונג אַז צוליב דעם קענען זיי ״אַרלעדיגן״ וויזעס פאַר זייערע אינוועסטירער. אַ זאַך וואָס קען זיין אומלעגאל.

אָבער די קושנער פאַמליע האָט אַרויסגעלייגט אַן אויסקלאָרונג אַז דאָס איז נישט געווען די ציל פון דערמאַנען זיין נאָמען, און אַז זיין נאָמען איז בלויז דערמאַנט געוואָרן אַלס איינער פון די אייגענטומער. זיי האָבן זיך אַנטשולדיגט פאַר׳ן נישט נוצן עקסטערע פאָרזיכטיגקייט ביים דערמאַנען זיין נאָמען אַז עס זאָל נישט אויסקוקן אַז זיין פאָזיציע קען שפילן א ראָלע אין די פראָצעדור פון באַקומען בירגערשאַפט.

די EB-5 וויזע פּראָגראַם ערלויבט פאַר אויסלענדישע אינוועסטירער צו באַקומען אַמעריקאַנער בירגערשאַפט אויב זיי טוען אינוועסטירן מער ווי אַ האַלב מיליאָן דאָלער אין א פראָיעקט וועלכע שאַפט דשאַבס און העלפט פאַר די וואוקס פון די עקאָנאָמיע. די קושנער פאַמיליע זאָגט אַז אַרום 15% פון די געלט פאַר זייער מאַסיווע 976 מיליאָן דאָלערדיגע פראָיעקט אין ניו דשערזי וועט ווערן פינאַנצירט דורך אויסלענדישע אינוועסטירער אונטער דעם פראגראם.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל