געריכט וועט היינט אפהאלטן פארהער איבער טראמפ׳ס רייזע פארבאט
אַרום 12 פעדעראַלע ריכטער אינעם אַפּעלאַט געריכט אין ווירדשיניע, וועלן היינט אָפּהאַלטן אַ פאַרהער איבער די רייזע פאַרבאָט פון פרעזידענט טראָמפ וואָס איז בלאקירט געוואָרן דורך אַ פעדעראַלער ריכטער אין מערילאנד, וועלכער איז געקומען צו אַ באַשלוס - באַזירט אויף סטעיטמענטס פון טראָמפ - אַז די פאַרבאָט איז געצילט קעגן מוסלעמענער, און טוט דעריבער דיסקרימינירן קעגן א רעליגיע, און איז נישט קאָנסטיטוציאַנאַל.

די פעדעראַלע רעגירונג האָט אַפּעלירט דעם אורטייל, און אַצינד וועט די פעדעראַלע געריכט אויסהערן ביידע זייטן, עטליכע אימיגראַנטן רעכט אָרגאַניזאַציעס און די פעדעראַלע רעגירונג. די אַדמינסטראַציע האָט שוואַכע שאַנסן צו געווינען דעם קעיס, נעמנדיג אין באַטראַכט אַז צווישן די צוועלף ריכטער געפונען זיך זעקס וועלכע זענען נאַמינירט געוואָרן דורך פרעזידענט אָבאַמאַ, און פון די אַנדערע 6 האָט איינער פון די ריכטער - אַ רעיגן נאַמינירטער - זיך אַנטזאָגט צו אַנטייל נעמען אין די קעיס, וויבאַלד זיין פאַמיליע מיטגליד איז דער וועלכער שטעלט פאָר די פאָזיציע פון די אַדמיניסטראַציע.

אפילו אויב די אַדמינסטראַציע געווינט די אַפּעלאַט געריכט, גייט נאָך אַלס נישט די פאַרבאָט צוריק אַריין אין קראַפט, וויבאַלד עס איז פאַרהאַן דערויף נאָך אַ אָפּהאַלט פון אַ ריכטער אין האַוואַאִי, און די אַפּעלאַט אויף דעם וועט דאַרפן אויסגעהערט ווערן אין אַ באַזונדערע געריכט אינעם ניינטן סירקוט. אויך נאָכדעם איז מעגליך אַז עס וועט צוריקגיין צו אַ נידריגערע געריכט, וועלכע וועט באַשליסן וועלכע טיילן פון די פאַרבאָט קענען בלייבן אין עפעקט.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל