פארטיידיגונג דעפארמענט דינגט א דירה אין טראמפ טורעם פאר נוקלעארע רענצל
די אַמעריקאַנער פאַרטיידיגונגס דעפּאַרמענט האָט אין די לעצטע טעג געשלאָסן אַ קאָנטראַקט מיט די פאַרוואַלטונג פון די טראָמפ טאַוער, די געביידע פונעם פרעזידענט, אונטער וועלכע זיי וועלן דינגען אַ אַפּאַרטמענט נעבן דעם פרעזידענט'ס רעזידענץ, ספעציעל פאַר די רענצל מיט די נוקלעארע קאודס, באַקאַנט מיט׳ן צונאָמען ״די בעיסבאָל״ וואָס טוט שטענדיג באַגלייטן דעם פרעזידענט.

די פאַרטיידיגונג דעפאַרטמענט האָט זיך דערזען מיט א פּראָבלעם אַז זיי האָבן נישט ווי צו פּלאַצירן דעם רענצל ווען דער פרעזידענט געפונט זיך אין זיין ניו יאָרקער וואוינונג. זיי האָבן דעריבער באַשלאָסן צו דינגען אַ אַפּאַרטמענט אין די געביידע.

דאָס רענצל וועלכע וועגט צענליגע פונט אַנטהאַלט די קאודס וועלכע דער פרעזידענט דאַרף נוצן אין פאַל וואָס ער וויל נוצן נוקלעאַרע וואָפן צו אַטאַקירן אַ אַנדערע לאַנד. עס ווערט שטענדיגע געהאַלטן נאָנט צום פרעזידענט דורך אַ מיליטערישע געהילף. די פאַרטיידיגונג דעפּאַרטמענט האָט קלאָרגעשטעלט אַז דער פרעזידעט פאַרדינט נישט פון די אָפּמאַך, און די דירה געהערט פאַר אַ פריוואַטן מענטש וואס באַקומט דאס געלט.

גענומען מיט רשות פון "פיינע נייעס".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל