עפעל איז היינט געוואָרן די ערשטע קאָמפּאַני אויף די וועלט צו זיין ווערט $800 ביליאָן, ווען זייער סטאַק האָט אַרויפגעשאָסן צו רעקאָרד הויכע נומערן. די סטאַק איז געווען אַזוי הויך ווי 3.2%, צו אַ צייטווייליגע $153.70 פּער שער אין די נאָכמיטאָג האַנדל שעות, פאַר עס האָט אַראָפגעשניטן אַביסל פון די פאַרדינסטן.

מיט 5.21 ביליאָן שער אינדרויסן ביי די ענדע פון מאַרץ, האָט די פרייז געגיבן די קאָמפּאַני אַ מאַרקעט קאַפּיטאַליזיציע פון $801.37 ביליאָן. דאָס איז ווייט די גרעסטע ווערט צווישען אַמעריקאַנער קאָמפּאַניס.


דאס איז אן אויסשליסליכע באריכט געשריבן עקסקלוסיוו פאר די אידישע נייעס.

באדייט

מאַרקעט קאַפּיטאַליזיציע
א "מאַרקעט קאַפּיטאַליזיציע" (אדער "מאַרקעט קעפּ") איז די מאַרקעט-ווערט פון א פאבליק-קאָמפּאַני, רעכענדיג לויט די קאָמפּאַני שער וואָס זענען יעצט אינדרויסן, פאַרמערט (times) לויט די פרייז פער שער. אין עפל'ס משל, רעכענט מען 5.21 ביליאָן (שערס) X (טיימס) $153.70 = (קומט אויס) $801.37 ביליאָן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל