אַ אידישע דעלעגאַציע אָנגעפירט דורך הרב ברוך גליק (Rabbi Edgar Gluck) האָט היינט באַזוכט די וואַטיקאַן, און געהאַט אַ 45-מינוט'דיגע פריוואַטע באַגעגעניש מיט פּויפּסט פראַנסיס.

הרב גליק וואס וואוינט אין באָראָ פאַרק און איז באַוויסט פאַר זיין עסקנות לטובת כלל ישראל פאַר פופציג יאהר, דינט אויך די פאסטן פון הויפט-ראַבינער פון גאַליציע. בערך אַ יאָהר צוריק, האָט זיך הרב גליק געטראָפן מיטן פּויפּסט ביי אַ באַזוך אין קראָקא, און עס איז דאַן אויפגעברענגט געוואָרן די כסדר'דיגע פאַרשוועכונגען פון די אידישע בתי עולם איבער אייראָפע און איבער די גאַנצע וועלט. די פּויפּסט האָט דאַן צוגעזאָגט אַז ער וועט זיך אַריינטוהן אין די טעמע און אַז ער וועט פראָבירן צו העלפן. ער האָט דאַן איינגעלאַדנט הרב גליק צו ממשיך זיין די שמועס אין די וואַטיקאַן.

הרב גליק איז געקומען צופאָרן צוזאמען מיט זיין זוהן צבי (מייסד המוסד עמודים), אליעזר שיינער (Louie Scheiner), און נאָך. כמעט די גאנצע פאָקוס פון די באַגעגעניש איז געווען געווידמעט פאַר די קדושת בתי עולם, מיט די פּויפּסט צוזאָגענדיג אַז ער וועט מער רעדן וועגן די האַרבקייט פון פאַרשוועכן אידישע בתי חיים כדי צו בויען שאָסייען און הייזער. זיי האָבן אויך געשמועסט איבער די געברויך פאר אחדות צווישען די פאַרשידענע רעליגיעס. צום סוף איז אויפגעברענגט געוואָרן די טעמע פון אַביוז, און די פּויפּסט האָט זיך אנגערופן "זעראָ טאָלעראַנץ, זעראָ טאָלעראַנץ!"

דאָס איז נישט די ערשטע באַגעגעניש צווישען הרב גליק מיט אַ פּויפּסט. די פריעדיגע פּויפּסט האָט געטוהן געוואַלדיגע טובות אויף די פאַרלאַנג פון הרב גליק. מען האָט שפּעקולירט אז פּויפּסט בענעדיקט די זעכצענטער האָט ספעציעל זיך אַרויסגעשטעלט לטובת כלל ישראל צוליב זיין פוילישע אָפשטאם און וואָס די פוילישע פאלק האָט ליידער געטוהן צו די אידען במשך די האָלאָקאוסט.


די 45-מינוט'דיגע פריוואַטע באַגעגעניש מיט פּויפּסט פראַנסיס

אין די ווידעא קען מען זעהן די ענדע פון די באזוך


אין די ווידעא קען מען זעהן א גרעסערע טייל פון די באזוך


דאס איז אן אויסשליסליכע באריכט געשריבן עקסקלוסיוו פאר די אידישע נייעס.

איז עס אויסגעהאַלטן

אַסאַך וואונדערן זיך אויב עס איז אויסגעהאַלטן ע"פ הלכה והשקפה פאַר אזא באַגעגעניש, די כבוד און די מעסעדזש וואס עס גיבט ארויס. ווי אויך די מוזיק און געטאנץ אין די ימי הספירה.

פאר מען קען עפעס דן זיין, דארף מען קודם פארשטיין אויב עס איז געפרעגט געווארן די דעת תורה.

עס איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן אַז די פּויפּסט האָט געהאַט אַ באַגעגעניש מיט הרב יצחק יוסף און הרב דוד ברוך לאַו אין תשע"ד.

אויף די סאשעל מידיא ווערט ברייט אויסגעשמועסט די פסק אין די ספר אגרות משה (זעהט בילד).

וואס איז אייער מיינונג? קאמענטירט אונטן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל