מער אינדוסטריעס אין קאנאדישן האנדלס קאמף
וואשינגטאן – דער באנייעטער האנדלס קאמף צווישן אמעריקע און קאנאדע טוט צוביסלעך אריינשלעפן מער און מער ביזנעס אינדוסטריעס, און מען הערט אז עס וועט פאטענציעל אפעקטירן וויין סוחרים, קוילן ביזנעסער און נאך.

דער קאמף האט זיך באנייעט נאכדעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט מיט צוויי וואכן צוריק געמאלדן אז זי וועט ארויפשטעלן א צוואנציג פראצענט אימפארט שטייער אויף קאנאדישע פירמעס וועלכע ברענגען אריין קיין אמעריקע "סאפט-וואוד" האלץ פראדוקטן, וויבאלד די קאנאדישע האלץ פארקויפט זיך פאר גאר ביליג און די אמעריקאנער סאפט-וואוד פירמעס דערלייגן גרויסע געלטער. האט דערויף קאנאדע רעאגירט פרייטאג, מיט א סטראשע פון פרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודא, אז קאנאדע וועט מעגליך ארויפשטעלן בלאקאדעס אויף אמעריקאנער פירמעס וועלכע ליפערן קוילן פון קאנאדישע פּארטן קיין אמעריקע, און אויך מעגליך ארויפשטעלן גרויסע שטייער שטראפן אויף וויין און "פלאורינג" פראדוקטן וואס ווערן אימפארטירט קיין קאנאדע פון דער אמעריקאנער סטעיט ארעגאן, אלס נקמה צום ארעגאן סענאטאר, ראן וויידען, וועלכער האט קאמפיינט פאר די 20 פראצענט סאפט-וואוד שטייער.

אמעריקע'ס קאמערץ סעקרעטאר, ווילבאור ראס, האט נעכטן קאמענטירט אויף די פרישע סטראשונקעס פון קאנאדע, זאגנדיג אז זיי זענען "אומאויסגעהאלטן".

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל