עריק עדעמס


ברוקלין – אויטאריטעטן אין ברוקלין האבן אונטערגענומען א נייעם קאמפיין אויסצוליידיגן די עמורדזשענסי רומס אין אלע לאקאלע שפיטעלער, מיט'ן ציל צו פארזיכערן אז די שטאב דאקטוירים און נוירסעס קענען צושטעלן בעסערע מעדיצינישע הילף פאר די וועלכע דארפן עס וויכטיג.

דער קאמפיין ווערט געפירט דורכן ברוקלין בארא פרעזידענט, עריק עדעמס, וועלכער האט געלאזט אין גאנג א סעריע ווידעא רעקלאמעס אין וועלכע עס וועט דערקלערט ווערן פארשידענע סטאטיסטיקס און ציפערן איבער דער אנגעלייגטקייט אין פילע ברוקלינער עמורדזשענסי רומס, וואו מענטשן קומען אריין אפילו פאר מינדערוויכטיגע זאכן, וואס קען ווען בעצם ווארטן צו ווערן באטראכט און דיאגנאזירט דורך א געהעריגן דאקטער, און דאס שטרענגט אן די דאקטוירים און נוירסעס, זיי זאלן נישט קענען געהעריג צושטעלן מעדיצינישע הילף פאר אזעלכע וואס קומען אריין מיט טראמאטישע וואונדן און ערנסטע זאכן וואס דארפן באלדיגע הילף.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל