מאנהעטן – מיט עטליכע יאר צוריק האט ניו יארק סיטי געהאט באשטעטיגט א פארבאט אויף "סטיירא-פאום" באנוץ אין רעסטוראנטן און אין דעליס, אבער איידער דאס געזעץ האט געקענט אינפארסירט ווערן, איז עס בלאקירט געווארן דורך א ריכטער און איז זינט דאן א הייסע לאקאלע פאליטיק אישו און די געריכטליכע פראצעדורן פארשלעפן זיך.

אצינד האט בראנקס דעמאקראטישער ניו יארק סיטי קאונסילמאן, פערנאנדאו קאברעראו, ארויסגעשטעלט א נייעם געזעץ פארשלאג וועלכע וועט זאגן אז סטיירא-פאום איז געהעריג ווייטער לעגאל, נאר אלע סיטי איינוואוינער וועלן דארפן אנהייבן אוועקווארפן זייערע סטיירא-פאום פראדוקטן אין א באזונדערן מיסט-קאסטן און די ניו יארק סיטי סאניטאציע דעפארטמענט וועט דארפן אויפקומען מיט א וועג וויאזוי צו רעסייקלען די זאכן – וואס די גאנצע סיבה צום אריגינעלן פולקאמען פארבאט קעגן סטיירא-פאום איז געווען ווייל מען האט געזאגט אז מען קען עס נישט רעסייקלען, וואס ס'איז נישט קלאר צי מען קען אדער נישט.

די גרויסע "דארט פלאסטיק" פירמע איז ארויסגעקומען אין שטיצע פון קאונסילמאן קאברעראו'ס ביל.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל