CTA crash

שיקאגא – פיר מענטשן זענען אומגעקומען אין א שרעקליכן דירעקטן צוזאמשטויס פון א קאר מיט א שטאטישן באס אין שיקאגא.

א פאליציי ווארטזאגער, מישעל טאנעהיל, זאגט אז דער עקסידענט האט פאסירט זונטאג זעקס אזייגער פארטאגס אין דער וועסט סייד געגנט פון שיקאגא, ווען דער דרייווער פונעם קאר איז געפלויגן העכער'ן ספיד לימיט און אריינגעקראכט אין א פארקירטן קאר, וואס דאן האט דער דרייווער גענצליך פארלוירן קאנטראל און האט אריינגעקראכט אין א באס פון דער "שיקאגא טראנזיט אויטאריטעט" וועלכע איז געפארן אין דער קעגנקומענדיגער ליניע. די 4 פאסאזשירן אינעם קאר זענען אפגעפירט געווארן צו לאקאלע שפיטעלער און זענען געשטארבן אויפ'ן וועג, און ארום 6 פון די באס פאסאזשירן, וואס האבן זיך בשעת'ן עקסידענט געפונען אויפ'ן באס, האבן וואונדערליך געליטן בלויז מילדע וואונדן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל