די נאציאנאלע דראג קאנטראל פאליסי


וואשינגטאן – א שטורעם איז אנטשטאנען נאכדעם וואס ס'איז ארויסגערונען א דאקומענט פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, וועלכע צייגט אז די אדמיניסטראציע באטראכט א פארשלאג צו שניידן די געלטער פונעם פעדעראלן "נאציאנאלע דראג קאנטראל פאליסי" אפיס.

לויט'ן דאקומענט, וועט די טראמפ אדמיניסטראציע פארשלאגן א מאסיוון שניט אינעם בודזשעט פונעם אויבנדערמאנטן אפיס, וואס וועט פארלירן 95 פראצענט פון די געלטער וואס זי באקומט ביז היינט פון דער פעדעראלער רעגירונג, אלס טייל פון פרעזידענט טראמפ'ס פארשפרעכונג צו מאכן די רעגירונג קלענער און ביליגער.

פילע, אריינגערעכנט רעפובליקאנער סענאטארן און קאנגרעסלייט, האבן קריטיקירט דעם פארשלאג, אנצייגנדיג אז דער אפיס שטייט אין שפיץ פונעם קאמף קעגן שעדליכע דראגס וואס איז פארשפרייט ביים אמעריקאנער יוגנט, און צו שניידן די געלטער פונעם אפיס באדייט, אז די דראג עפידעמיע אין לאנד וועט נאר ערגער ווערן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל