העליש וואלד-פייער אין מזרח דזשארדזשיע


דזשארדזשיע – ארום הונדערט מענטשן זענען עוואקואירט געווארן פונעם שטעטל סענט דזשארדזש אין מזרח דזשארדזשיע, וואו עס ברענט א העליש וואלד-פייער, און דערווייל האבן די פייערלעשער נישט קיין קאנטראל דערויף. דאס פייער האט שוין פארניכטעט נאענט צו 120 טויזנט אקער-לאנד, אבער דערווייל האט עס נאכנישט פארניכטעט קיין הייזער און קיין שום געביידעס.

דאס פייער האט אנגעהויבן ברענען שבת אינדערפרי, און שרייבנדיג די שורות זונטאג פארנאכטס, זענען פארנומען צו באקעמפן דאס פייער: 55 פייער טראקס, אינאיינעם מיט נאענט צו הונדערט בולדאזערס וועלכע גראבן גריבער אפצושטעלן דאס פייער פון זיך אויסשפרייטן, און אויך א פלאטע פון אכט העליקאפטערס וואס באשפריצן דאס פייער פון דער לופטן.

דאס פייער געפינט זיך ווייניגער ווי צוויי מייל נאענט צו דעם באוואוינטן שטעטל סענט דזשארדזש, און דעריבער האט מען פארארדנט די עוואקואציעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל