וואשינגטאן – די דעמאקראטן זענען פארנומען שרייען אז דאס וואס די רעפובליקאנער אין קאנגרעס האבן דורכגעפירט א ביל אפצושאפן אבאמאקעיר, וועט זיי צוריק שפרינגען און שעדיגן, ווייל די אמעריקאנער בירגער וועלן אין די מיד-טוירם וואלן קומענדיגעס יאר איינזען אז דער רעפובליקאנער ביל האט נאר ערגער געמאכט דעם מצב. נעכטן האט מען טאקע געהערט אז א הויכראנגיקער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן האט שוין באקומען א קעגנער פאר די יאר 18' וואלן, אבער נישט א דעמאקראט.

קאנגרעסמאן קעווין מעקארטי (Kevin McCarthy) דינט אלס מאיאריטעט פירער פון די רעפובליקאנער אין קאנגרעס, און נעכטן האט דער קאליפארניער ארטיסט און ביזנעסמאן, דזשאו אלעמאן (Joe Aleman), וואס האט קיינמאל פריער נישט געטאן אין פאליטיק, געמאלדן אז ער וועט לויפן אלס א רעפובליקאנער אין א פריימערי קעגן מעקארטי. אלעמאן זאגט אז ער איז א שטארקער קאנסערוואטיווער, אבער דאס וואס די רעפובליקאנער שלאגן יעצט פאר, אראפצואווארפן 24 מיליאן מענטשן פון העלט אינשורענס, לויט א שאצונג איבער וואספארא אפעקט דער רעפובליקאנער ביל וועט האבן, איז אומדערהערט, און דעריבער וועט ער לויפן קעגן מעקארטי און ער האפט אים צו באזיגן אין א פריימערי.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל