עריק טראמפ


וואשינגטאן – דער זשורנאליסט דזשעימס דאדסאן איז נעכטן ארויסגעקומען מיט א באמבאסטישער אויפדעקונג, אז ער האט א צייט צוריק געהערט פון עריק טראמפ, איינער פון די קינדער פון פרעזידענט דאנאלד טראמפ, אז זיין פאטער דאנאלד באקומט גרויסע געלטער פון רוסישע בענק, וואס דערמיט טוט ער אויפבויען אלע זיינע גרויסע גאלף רעזארטן איבער'ן לאנד און איבער דער וועלט.

דאדסאן זאגט אז ער האט זיך געטראפן מיט דאנאלד טראמפ אין איינע פון זיינע רעזארטן אין שארלעט, נארט קאראליינע, און ביים פרעגן טראמפ וויאזוי ער באצאלט צו בויען זיינע רעזארטן (ווייל דאדסאן האט זיך געהאט געוואונדערט פון וואו טראמפ באקומט אזעלכע גרויסע הלוואות פון בענק אויף צו בויען לוקסוס, שטייענדיג נאך דער 08' רעסעסיע ווען די לוקסוס אינדוסטריע האט געליטן א שטארקן קלאפ), האט טראמפ געזאגט אומקלאר אז ער האט דערפאר צוטריט צו הונדערט מיליאן דאלער. שפעטער האט דאדסאן געלייגט דרוק אויפ'ן זון עריק, ער זאל אים זאגן איבער די געלטער, און עריק האט געענטפערט, "מיר דארפן בכלל נישט צוקומען צו אמעריקאנער בענק. אלע געלטער וואס מיר דארפן, האבן מיר פון רוסלאנד. מיר גייען דארטן אייביג".

די אויפדעקונג פון דאדסאן איז א סתירה צו וואס טראמפ האט שוין עטליכע מאל געזאגט, אז ער האט נישט קיין שום געלטער אדער הלוואות גענומען פון רוסלאנד.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל