בעלגישע אידן באזארגט איבער וואלאניער שחיטה פארבאט


בעלגיע – אידן איבער גאנץ בעלגיע זענען ערנסט באזארגט נאכדעם וואס דער פארלאמענט אינעם וואלאניער ראיאן האט געשטימט, ווי באריכטעט נעכטן אין קורצן, צו באשטעטיגן א פולקאמען פארבאט אויף כשר'ע שחיטה.

דער פארבאט זאגט נישט קלאר ארויס אז עס צילט אידישע שחיטה, נאר ס'זאגט אז צו קוילען סיי וועלכע בהמות וואס מען "שאקט" נישט בעפאר, איז אומלעגאל, און דעריבער באדייט דאס אז אידישע כשר'ע שחיטה איז אומלעגאל, ווייל על פי הלכה טאר מען נישט געבן די סארט שאקס פאר א בהמה בעפאר דער שחיטה, היות ס'ווערט דורך דעם טריפה.

דער פארבאט אויף שחיטה אין וואלאניע קומט אין דער זעלבער צייט וואס דער פארלאמענט אינעם פלעמישן ראיאן, וואס נעמט אריין אנטווערפן, דעבאטירט אן ענליכן פארבאט, טראץ וואס עסקנים אין אנטווערפן פארלייגן גרויסע כוחות מיט לעגאלע מעטאדן צו בלאקירן אזא פארבאט זאל קענען אריינגיין אין קראפט אין אנטווערפן. ווי שוין ארויסגעברענגט עטליכע מאל, וועט א שחיטה פארבאט אין בעלגיע אפעקטירן די גאנצע כשר'ע פלייש מארקעט אין אייראפע, וויבאלד פיל כשר'ע פלייש ווערט עקספארטירט פון אנטווערפן צו אנדערע אייראפעאישע לענדער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל