אנטיסעמיטישע גראפיטי
פראנקרייך – פאליציי אין פראנקרייך האבן געעפנט אן אויספארשונג נאכ'ן טרעפן אנטיסעמיטישע גראפיטי אנגעפירקלט אויף א קאמפיין אפיס פון עמאנועל מאקרון, וועלכער האט נעכטן נאכט געוואונען די פראנצויזישע פרעזידענט וואלן און איז פראנקרייך'ס קומענדיגער פרעזידענט.

די אנטיסעמיטישע וואנדאליזם אטאקע אויפ'ן מאקרון קאמפיין אפיס, אין דער פראנצויזישער שטאט נארמאנדי, האט פאסירט פרייטאג צונאכטס, און די וואנדאלן האבן געפירקלט שמוציגע לאזונגען קעגן מאקרון, שרייבנדיג אז ער איז א אידישער אגענט - וויבאלד ער האט געדינט אלס באנקיר אין דער רייכער ראטשילד באנק, וועלכע באלאנגט פאר דער באקאנטער רייכער אידישער פאמיליע - און אויך אנגעפירקלט כלומר'שטע שטיקער פון גמרא מיט מיאוס'ע קללות.

מאקרון'ס קעגנער, מארינא לא פען, וועלכע האט מיאוס פארלוירן קריגנדיג בלויז 35 פראצענט פון די שטימען, איז באקאנט מיט א טונקעלער פארגאנגענהייט פון אנטיסעמיטישע קאמענטארן און אנטי-רעליגיע פארשלאגן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל