סטעיט אוו עמורדזשענסי אין מאנטרעאל צוליב פארפלייצונגען


קוויבעק – די אויטאריטעטן אין מאנטרעאל האבן נעכטן דערקלערט א "סטעיט אוו עמורדזשענסי" נאכדעם וואס וואסער-פארפלייצונגען פון די שווערע רעגנשטורעמס האבן זיך פארשפרייט אריין אין די באוואוינטע געגנטער, איבערלאזנדיג פילע הייזער פארפלייצט מיט עטליכע פיס וואסער.

די רעגן-שטורעמעס האבן געבושעוועט אין לויף פון פרייטאג לענגאויס דעם גאנצן קוויבעק פראווינץ, אז 126 מוניציפאליטעטן איבער קוויבעק האבן זיך שוין דערקלערט אלס פארפלייצונג זאנעס, און אין מאנטרעאל זענען שוין 250 הייזער דערקלערט געווארן חרוב צוליב די פארפלייצונגען.

די אויטאריטעטן זאגן אז די פארפלייצונגען זענען היסטאריש, מ'האט שוין נישט געזען אזוינס צענדליגער יארן, און דעריבער האט מען אקטיוויזירט ארום צוועלעף הונדערט טרופן פון קאנאדישן מיליטער, וועלכע זענען אנגעקומען נעכטן נאכט קיין מאנטרעאל און די אנדערע שווער-באטראפענע געגנטער, ארומצוגיין אין די פארפלייצטע גאסן זוכן צי ס'זענען נישטא אפשר פארכאפטע איינוואוינער, און צו ראטעווען דאס מערסטע וואס ס'איז שייך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל