אבדול האסיב
קאבול – אמעריקאנער און אפגאנער רעגירונג באאמטע האבן געמאלדן אז דער פירער פון דער אייסיס טעראר גרופע אין אפגאניסטאן, אבדול האסיב (Sheikh Abdul Hasib), איז אומגעברענגט געווארן אין אן אפעראציע וואס אמעריקאנער און אפגאנער "ספעציעלע קרעפטן" זעלנער האבן געמיינזאם דורכגעפירט.

דער אייסיס פירער האסיב האט איבערגענומען די פירערשאפט פונעם אפגאנער אייסיס פליגל מיט בערך א יאר צוריק, נאכדעם וואס דער ערשטער אפגאנער אייסיס פירער, האפיז סאאיד קהאן, איז אומגעברענגט געווארן אין אן אמעריקאנער דראון אטאקע.

האסיב איז געווען באקאנט אלס דער וואס האט אראנזשירט טויטליכע טעראר אבלאוועס אויף פארשידענע צילן אין דער הויפטשטאט קאבול אין די לעצטע מאנאטן. דער פענטאגאן זאגט אז האסיב איז אומגעקומען בשעת דאס מיליטער האט דורכגעפירט אן אפעראציע אויף אייסיס קעמפער אינעם נאנגאראר פראווינץ, וואו 2 אמעריקאנער זעלנער זענען אומגעקומען, און אלס נקמה פאר די 2 פאטאליטעטן, האט מען געשאסן די מאסיווע "מוטער פון אלע באמבעס" באמבע אויף אייסיס טונעלן אין נאנגאראר.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל