פיאנגיענג – די קאמוניסטישע צפון קארעא האט נעכטן געזאגט אז זי האט ארעסטירט נאך אן אמעריקאנער בירגער, וועלכער ווערט פארדעכטיגט אין דורכפירן פארשידענע "פיינטליכע שריט", הגם דער רעזשים האט נישט ארויסגעגעבן צופיל דעטאלן איבער וואס די באשולדיגונגען זענען.
דער ארעסטירטער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס קים האק סאנג (Kim Hak-song), וועלכער האט געדינט אלס פראפעסאר אין צפון קארעא וויסנשאפט און טעכנאלאגיע אוניווערסיטעט אין ארטיגן הויפטשטאט פיאנגיענג.
דאס קומט בלויז א מאנאט נאכדעם וואס נאך אן אמעריקאנער פראפעסאר אין דעם אוניוועריסטעט איז אויך ארעסטירט געווארן, און אלעס אינאיינעם פארמאגט שוין יעצט צפון קארעא 4 אמעריקאנער בירגער אין זייערע טורמעס אויף לעכערליכע שפיאנאזש קלאגעס. דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט האט געזאגט אז זי ווייסט פון דעם פרישן ארעסט, אבער זי האט נישט קאמענטירט באזונדער, צי עפעס ווערט געטאן צו געווינען א באפרייאונג פאר די אמעריקאנער ארעסטאנטן.
הוסף רשומת תגובה