ווייסע הויז מעלדט אפיציעל איבער בעפארשטייענדע באזוכן פון פרעזידענט טראמפ אין מיטל מזרח


נאכדעם וואס אומאפיציעלע באריכטען ווייסן שוין צו זאגן ארום צוויי וואכן איבער די באזוך, האט דאס ווייסע הויז היינט אפיציעל ארויסגעלייגט די פלענער פאר די בעפארשטייענדע באזוך פון פרעזידענט טראמפ אין מיטל מזרח. עס לויטעט אז ער וועט באזוכן אין מדינת ישראל, סאודי אראביע, און דאן אפשטאטן א באזוך אינעם וואטיקאן אין איטאליע.

טראמפ האט ביי זיין באגעגעניש נעכטן מיט די פאלעסטינער פירערשאפט ווידער אונטערגעשראכן זיין אפטימיזם, אז ער קען ברענגען א ענדע צו די לאנגיעריגע געפעכט צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער. ער האט צווישן אנדערע געזאגט ״א שלום אפמאך איז נישט אזוי שווער ווי מענטשן גלייבן״, און פארשפראכן צו טון וואס אימער מעגליך צו אויסהאמערן א דורכברוך אין די געשפרעכן. ער האט אבער צוגעלייגט אז אמעריקע וועט נישט ארויפצווינגען א אפמאך אויף די זייטן, נאר זיי וועלן מוזן דערגרייכן א פארשטענדעניש מיט די הילף פון אמעריקע און די אינטערנאציאנאלע געמיינדע.

דאס ווייסע הויז האט געזאגט אז די באזוך אין די ערטער וועלכע זענען פארהייליגט דורך די וועלסט דריי גרעסטע רעליגיעס קומט צו פאראיייניגן קריסטן, מוסלעמענער און להבדיל אידן אין די קאמפ קעגן טעראר.

דער פרעזידענט וועט אנקומען קיין תל אביב מאי 21 און פון דארט פליען קיין סאודי אראביע, און דאן צו די וואטיקאן. דערנאך וועט דער פרעזידענט פארן קיין בעלגיע ווי ער וועט זיך באטייליגן אין די סאמיט פון נאט״א לענדער וואס ווערט אפגעהאלטן אין בריסל.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל