קאנגרעס וועט מעגליך שניידן פענסיע פון פרעזידענט אבאמא אין ליכט פון זיין $400,000 רעדע


ארום א יאר צוריק האט פרעזידעט אבאמא וועטאאירט א ביל אין קאנגרעס וועלכע האט פארגעשלאגן אז מען זאל רעדוצירן די פענסיע פאר פרעזידענטן וועלכע פארדינען מער ווי $400,000 א יאר נאכ׳ן פארלאזן דאס ווייסע הויז, און די געזעצגעבער זוכן יעצט צוריק צו ברענגען דעם ביל אויפ׳ן טיש, נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז פרעזידענט אבאמא וועט באקומען אזויפיל ווי $400,000 פאר איין רעדע וואס ער וועט געבן פאר א וואל סטריט באנק.

דער ספאנסאר פונעם ביל, דשעיסאן חפץ (יוטא) האט געזאגט אז דאס דעקט אויף די היפאקריטעט פון אבאמא, און אז ער האט וועטאאירט דעם ביל פאר זיין אייגענע אינטערעסן. ער זאגט אז ער וועט ווידער אויפברענגען דעם געזעץ. דאס געזעץ זאגט אז דער פרעזידענט באקומט א $200,000 פענסיע, און נאך $200,000 פאר אפיציעלע אויסגאבן, אבער אויב דער פרעזידעט האט אן אנדערע איינקונפט זאל די פענסיע רעדוצירט ווערן דאלער צו דאלער.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל