די אבאמא׳ס וויקלן אויף די סקיצע פון זייער פרעזידענטליכע צענטער


דער געוועזענער פרעזידענט באראק אבאמא און זיין ווייב האבן נעכטן אפגעהאלטן א אפיציעלע אוונט, אין וועלכע די אפיציעלע ״אבאמא פונדאציע״ האט צום ערשטן מאל אויפגעוויקלט די פלענער פון זייער אויג פארכאפנדע צענטער וועלכע זיי בויען. די צענטער וועלכע וועט געבויעט ווערן אין צענטער פון שיקאגא, אין די געגענט ווי דאס פאר-פאלק האט געוואוינט פאר זיי האבן זיך געצויגן קיין וואשינגטאן, און וועט זיין געצילט אויף צו העלפן די לאקאלע מינאריטעט באפעלקערונג, און צו אדוואקאטירן פאר ליבעראלע פאליסיס וועלכע דער פרעזידענט זוכט צו שטופן פאראויס.

די קאמפלעקס פון 220,000 סקווער פוס, וועט אנטהאלטן א גרויסע ביבליאטעק, און א מוזעאום איבער די אבאמא פרעזידעטשאפט, און א אפענע צענטער פאר סאציאלע געשעענישן. די געביידע וועט געבויט ווערן אויף א גאר מאדערנע סטיל מיט גלאז און שטיין, און וועט אויך אנטהאלטן אסאך נאטורליכע גרינע גארנטנס. די צענטער האט געזאגט אז זיי זוכן דערמיט צו בויען א פלאץ ווי יעדער שפירט זיך באקוועם צו אריינקומען, און לערנען אדער פארברענגען, און ווערן פארמישט אין די וואוילטעטיגע אקטיוויטעטן פון די צענטער צו העלפן די לאקאלע געמיינדע.

די געביידע איז ערווארטעט צו זיין פערטיג אין ארום 4 יאר, און די קאנסטרוקציע איז ערווארטעט צו ברענגען הונדערטער דשאבס פאר ארבייטסלאזע יונגטליכע אין די ארטיגע געגענט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל