די דזשאנסאן אמענדמענט


אין 1954 איז אין אמעריקע דורכגעפירט געווארן א געזעץ וואס רופט זיך די ״דזשאנסאן אמענדמענט״, וואס טוט לעגאל פארבאטן צו מישן רעליגיע און פאליטיק, און טוט פארבאטן גלחים און רעליגיעזע פרעדיגער פון אינדארסירן קאנדידאטן און זיך אריינמישן אין פאליטיק אין די ראמען פון זייער אפיציעלע אמט אלס רעליגיעזע פירער. די געזעץ איז געווען געצילט צו איינצוימען די שטארקע מאכט וואס עווענגליסטישע גרופעס האבן געהאט אויף אמעריקאנער פאליטיק, און צו פארשטערקערן די פרינציפ פון אפטיילונג פון שטאט און רעליגיע. א אינסטיטוציע וואס האלט זיך נישט צו דעם, פארלירט די רעכט צו נעמען שטייער-פרייע ביישטייערונגען.

אין די לעצטע יארן האבן פארשידענע רעליגיעזע גרופעס און אקטיוויסטן געזאגט אז דאס געזעץ טוט דיסקרימינירן קעגן רעליגיעזע גרופעס, וועלכע זענען בארעכטיגט צו אויסדרוקן זייער פאליטישע מיינונג. און אזוי ווי אנדערע שטייער פרייע קערפערשאפטן, זענען זיי ערלויבט צו שטופן פאראויס זייער אגענדע.

פרעזידענט טראמפ האט אין לויף פון זיין קאמפיין צוגעזאגט צו אנולירן דעם געזעץ, און האט היינט איינגעהאלטן דעם צוזאג מיט׳ן אונטערשרייבן דעם ״רעליגיעזע פרייהייט״ עקזעקיוטיווע דעקרעט, וועלכע שענקט ברייטערע רעכטן פאר רעליגיעזע גרופעס, און ערלויבט זיי צו פרייערהייט אויסדרוקן זייער מיינונג איבער פאליטיק. ער האט אין זיין סטעיטמענט נאכ׳ן אונטערשרייבן געזאגט ״פון היינט טוט פרייהייט פון ווארט זיך נישט אפשטעלן ביי די טרעפ פונעם קירכע אדער [להבדיל] בית מדרש. יעדער רעליגיעזער פירער איז ערלויבט צו אויסדרוקן פרייערהייט זיין מיינונג״.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל