פרינץ פיליפ


פרינץ פיליפ, דער 95 יעריגער מאן פון די ענגלישע קעניגן עליזאבעט די צווייטע, האט היינט געמאלדן אז ער זאגט זיך אפ פון זיינע אפיציעלע פליכטן אלס קעניגליכע פרינץ, און וועט זיין א פריוואטער בירגער. דאס באדייט אז ער וועט זיך נישט באטייליגן ביי אפיציעלע געשעענישן און צערעמאניעס אין ענגלאנד. די אפיציעלע מאנארכיע האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אז די קעניגן שטיצט זיין באשלוס, און אז זי וועט אבער בלייבן פולשטענדיג אקטיוו.

די קענגליכע פארפאלק, דער 95-יעריגער פיליפ און די 91-יעריגער קעניגן, וועלן פייערן 70 יאר פון זייער הייראט דעם קומענדיגן נאוועמבער, און פרינץ פיליפ וועלכער איז רעלאטיוו געזונט פאר זיין טיפע עלטער זוכט צו האבן מער פריוואטע צייט.

פרינץ פיליפ איז געבוירן געווארן אין 1921, צו א גריכישע-דענישע קעניגליכע פאמיליע. זייענדיג א קאדעט אין די רויאל נעיווי, האט ער געהייראט די דעמאלטסדיגע פרינצעסין אליזאבעט וועלכע איז אויך געווען זיין דריטע קאזין. דעמאלסט האט נאך קיינער נישט געקלערט אז זי וועט ווערן קעניגן, וויבאלד איר פעטער האט געדינט אלס קעניג. היסטאריקער זאגן אז ער איז קיינמאל נישט געווען צופרידן פון דעם וואס זיין פריוואט לעבן איז צושטערט געווארן אין ליכט פון איר קרוינונג נאך איר פעטער׳ס רעזיגאנציע און איר פאטערס פריצייטיגע טויט.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל