דורכברוך אין געשפרעכן איבער סיריע צווישן רוסלאנד, טערקיי, און איראן


די פיר שפיציגע סאמיט פון טערקיי, רוסלאנד, איראן און די סירישע פראקציעס וואס ווערט אפגעהאלטן אין די טעג אין קאזאכסטאן, האבן צום ערשטן מאל דערגרייכט א מעגליכע אפמאך וואס קען ענדיגן די זעקס יעריגע סירישע קריזיס. די זייטן האבן איינגעשטימט צו שאפן 4 צענטראלע נאו-פליי זאנעס איבער סיריע. אלע זייטן וועלן זיך צוריקהאלטן פון דורכפירן לופט אפעראציעס אין די זאנעס, וואס ווערט ערלויבן פאר די אייוואוינער צו פארבלייבן אין די געגענטער.

די אפמאך שטייט אבער אויס פראבלעמען נאכדעם וואס עטליכע פון די רעבעלן פראקציעס האבן אין די לעצטע טעג אוועקשפאצירט פון די פארהאנלדונגס טיש, זאגנדיג אז רוסלאנד טוט מאניפולירן די געשפרעכן צו זיכער מאכן אז די זיכערע זאָנעס און פייער אפשטעלן זאל זיין נאר אין געגענטער וועלכע זענען שוין סיי ווי אונטער די רעגירונג'ס קאנטראל.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל