עממאַנועל מאַקראָן


אין פראנקרייך קומט יעצט פאר א גאר היציגע וואל פארמעסט פאר די פרעזידענטשאפט, וואס פולע פארגלייכן עס צו די פארלאפענע וואלן אין אמעריקע. פון די רעכטע לאגער פארמעסט מארין לא-פען, א גאר קאנטראווערסיאלע און אויסגעשפראכענע קאנדידאט, וואס ציהט אן שטארקע שטיצע צווישן פראנצויזן וועלכע זענען אויפגעברויזט אויף די פולע מוסלעמענער אימיגראנטן וועלכע פארפלייצן דאס לאנד. אויף די אנדערע זייט פארמעסט זיך עממאַנועל מאַקראָן, א יונגע כאריזמאטישע קאנדידאט וועלכע אפעלירט צו די מעסיגע שיכטן צווישן דאס פאלק, און קאמפיין אויף א פרא-אייראפעישע און ליבערלע פלאטפארמע.

טראץ וואס מאַקראָן שטייט פול שטערקער אין די אנקעטעס, איז דא א זארג אז די זעלבע סצענע ווי אמעריקע קען זיך דארט איבערשפילן, און לא-פען זאל באווייזן צו ארויסקוועטשן א איבעראשונג ביי די וואל נאכט. א זאך וואס ברענגט גרויס זארג ביי פולע איבער די וועלט, און ווערט געזען אלס געפאר צו די צוקונפט פון די אייראפעישע פאראיין, צוליב דעם וואס זי שטיצט זיך צו אפטיילן פונעם פאראיין.

אין א ספעציעלע ווידיא מעסעדש, האט דער געוועזענער פרעזידענט אפיציעל אינדארסירט מאַקראָן זאגנדיג ״מאַקראָן׳ס קאמפיין איז באזירט אויף די האפענונג און צוקונפט פון פראנקרייך און נישט אויף קיין אפשרעקונגען״. שיקנדיג דערמיט א שטעך צו לא-פען וואס נוצט רעטאריק פון אפשרעקן אירע וויילער איבער די געפאר אויף פראנקרייך. ער האט אויסגעפירט מיט עטליכע זאצן אין פראנצויזיש, ״ען מארשע״ און ״וויווא לע פראנס״ וואס מיינט מארשיר פאראויס, און לאנג זאל לעבן פראנקרייך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל