עפל וועט אינוועסטירן א ביליאן דאלער צו ברענגען מער דשאבס אין אמעריקע


די טעכנאלאגיע ריז עפל האט אנאנסירט אז זיי וועלן אינוועסטירן פרישע ביליאן דאלער אין פראדוקציע אינערהאלב די גרעניצן פון די פאראייניגטע שטאטן. די אפאראטן ווערן שוין יעצט דיזיינט אין אמעריקע, און אזוי אויך ווערט די טעכנאלאגיע אנטוויקלט אין אמעריקע, אבער לעצטנס איז די פירמע אויסגעשטאנען קריטיק אז זי שיקט אלע אירע פראדוקציע קיין כינע און אנדערע אויסלענדישע פאבריקן.

דער אנפירער טים קוק האט געזאגט אז עפל וועט שוין דעם קומענדיגן מאנאט אנהייבן א פראגראם פון ברענגען מענופעקטוריג קיין אמעריקע. די איין ביליאן דאלער איז א ברוכטייל פון די פירמעס 257 ביליאן דאלער קעש רעזערוו, אבער צייגט א פרישע ריכטונג פון פארשידענע פירמעס צו צוריקברענגען מענופעקטורינג פאזיציעס קיין אמעריקע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל