צענדליגע טויזנטער רענסאָמווער אטאקעס צילן אָרגאַניזאַציעס אַרום די וועלט היינט


זיכערהייט פירמע קאַספּערסקי לעבּ (Kaspersky Lab) האָט רעקאָרדירט מער ווי 45,000 אַטאַקעס אין 74 לענדער אין דער לעצטע 10 שטונדע. רוב פון די אַטאַקעס האָבן געצילט אויף רוסלאַנד.

רענסאָמווער איז אַ טיפּ פון בייזע קאָמפּיוטער סאָפטווער געשאַפן צו פאַרשפּאַרן צוטריט צו אַ קאָמפּיוטער סיסטעם ביז אַ סומע געלט איז באַצאָלט.

די WannaCry רענסאָמווער פאַרשפרייט זיך
בילד: די WannaCry רענסאָמווער פאַרשפרייט זיך

וואָס איז דאָס?

די רענסאָמווער, גערופן WannaCry ("וואַננאַקריי", ענגליש פאר "כ'וויל וויינען"), שפּאַרט אָפּ אַלע די פיילס אויף אַ אינפעקטירטע קאָמפּיוטער און פאַרלאַנגט פון די קאָמפּיוטער'ס אַדמיניסטראַטאָר צו צאָלן כדי צוריקצובאַקומען קאָנטראָל פון די קאָמפּיוטער. פאָרשער זאָגן אַז עס איז ווערט אויסגעשפרייט דורך אַ מייקראָסאָפט ווינדאָס אונטער-טיר אָנגערופן אינטערנאַל-בלוי (EternalBlue)," וואָס מייקראָסאָפט האָט אַרויסגעגיבן אַ פּעטש אין מערץ. א העקינג גרופּע האָט אַרויסגערינן די אונטער-טיר אין אַ פּעקל פון ​​אנדערע ען.עס.עי. שפיאָנאַזש-געצייג פאָריגע מאָנאַט.

די מייקראָסאָפט ווינדאָס אונטער-טירל, גערופן אינטערנאַל-בלוי
בילד: די מייקראָסאָפט ווינדאָס אונטער-טירל, גערופן "אינטערנאַל-בלוי"

"אַפעקטירטע מאַשינען האָבן זעקס שטונדע צו צאָלן, און יעדע פּאָר שעה גייט אַרויף די אויסלייז-געלט", זאָגט קערט בוימגאַרטנער, די הויפּט זיכערהייט פאָרשער ביי קאַספּערסקי לעבּ. "מערסטנס וואָס האָבן באַצאָלט, האָבן באַצאָלט די ערשט $300 אין דער ערשטער פאָר שעה".

זעכצן נאַציאָנאַלע געזונט סערוויס (NHS) אָרגאַניזאַציעס אין ענגלאַנד זענען געוואָרן געשלאָגן, און עטליכע פון ​​די שפיטעלער האָבן מבטל געווען אַוטפּעישענט אַפּוינטמענטס און געזאָגט אַז מענטשן זאָלן אויסמיידן עמערדזשענסי-רומס אויב מעגלעך. די שפּאַנישע טעלעקאָם פירמע טעלעפאָרניקע (Telefónica) איז אויך געשלאָגן געוואָרן מיט די רענסאָמווער.

טעלעפאָרניקע
בילד: טעלעפאָרניקע

שפּאַנישע אויטאריטעטן באשטעטיקן אַז די רענסאָמווער פאַרשפרייט זיך דורך די אינטערנאַל-בלוי אונטער-טיר, און רעקאָמענדירן מענטשן צו פאַרפּעטש'ן זייערע ווינדאָס קאָמפּיוטערס.

"עס גייט זיך פאַרשפּרייטן ווייט און ברייט אין די סיסטעמס פון אָרגאַניזאַציעס - דאָס שטעלט זיך אַרויס צו זיין די גרעסטע סייבערסעקוריטי אינצידענט איך האָב נאָר אַמאָל געזען", האָט ענגלאַנד-באזירטע זיכערהייט אַרכיטעקט קעווין בוימאָנט געזאגט.

קאַספּערסקי לעבּ זאגט אַז כאָטש די WannaCry רענסאָמווער קענען אָנשטעקן קאָמפּיוטערס אַפילו אָן די אונטער-טיר, אינטערנאַל-בלוי איז "דער מערסט-אויסמאַכענדע פאַקטאָר" אין די גלאָבאַלע אויסבראָך.

ווי עס צו פאַרמיידן


בוימאָנט האָט באַקוקט אַ מוסטער פון די רענסאָמווער געניצט צו צילן מיד און באַשטעטיקט אַז עס איז געווען דער זעלבע וואָס איז געניצט געוואָרן צו צילן טעלעפאָרניקע. ער האָט געזאגט אַז קאָמפּאַניס קענען צולייגן די פֹעטש וואָס מייקראָסאָפט האָט אַרויסגעגיבן אַ פּעטש אין מערץ צו אַלע סיסטעמען צו פאַרמיידן WannaCry אינפעקשאָנס. כאָטש עס וועט נישט העלפן פאַר מאַשינען וואָס זענען שוין אָנגעשטעקט דערמיט.

ער האָט געזאגט אַז עס איז שטאַרק מעגליך אַז די רענסאָמווער וועט זיך אויך פאַרשפּרייטן צו אַמעריקאַנער פירמעס. די רענסאָמווער טוט אויטאָמאַטיש סקענען פאַר פאַרבינדענע קאָמפּיוטערס וואָס עס קענען אָנשטעקן ווען עס באזעצט זיך אויף אַ נייע מאַשין. עס קענען אָנשטעקן אנדערע קאָמפּיוטערס אויף דער זעלבע וויירלאזע נעטוואָרק.

"עס האט אַ אַריינגעבויטע 'יאַגד' מאָדעל, וואָס זוכט אויס פי.סי. קאָמפּיוטערס אויף אינערליכע נעטוואָרקס", זאָגט בוימאָנט. "אזוי, צום ביישפּיל, אויב אייער לעפּטאַפּ איז אינפעקטירט און איר גייט צו אַ וויי-פיי האַט-ספּאַט, וועט עס זיך פאַרשפּרייטן צו אַלע קאָמפּיוטערס וואס נוצן די האַט-ספּאַט. און פון דאָרט, צו אנדערע קאָמפּאַניעס".

לויט מעטיו היקקי, דער גרינדער פון די זיכערהייט פירמע העקער הויז (Hacker House), איז די פרייטיגדיגע אַטאַקע איז נישט אומגערישט, און עס ווייזט אָן אז פילע אָרגאַניזאַציעס טוען נישט גענוג צו לייגן אָפּדעיטס באַצייטענס. ווען סי.ען.ען. האָט ערשט געמאָלדן די מייקראָסאָפט אונטער-טיר אין אַפּריל, האָט היקקי געזאָגט אַז זיי זענען די "געפערליכסטע" וואָס ער האָט געזען אין יאָרן, און ער האָט געוואָׂרענט אַז ביזנעסער וועלן ריזיקירן דאָס מערסטע.

באַנוצער וואס האָבן אָפּ-טו-דעיט סאָפטווער זענען באַשיצט פון דעם רענסאָמווער. דאָ האָט איר אָנווייזן וויאַזוי צו אָנשטעלן אָטאַמאַטיש די אָפּדעיטס.

עס איז נישט דאָס ערשטער מאָל העקערס האָבן געניצט די אַרויסגערינענע מדש געצייג צו אָנשטעקן קאָמפּיוטערס. באַלד נאָך דער ארויסרין, האָבן העקערס אינפעקטירט טויזנטער פון אויסגעשטעלטע מאשינען מיט אַ אונטער-טיר גערופן דאָובלעפּולסאַר (Doublepulsar).

די WannaCry רענסאָמווער
בילד: די WannaCry רענסאָמווער

פאָלגענד איז אַ ליסטע פון ענגלישע שפיטעלער וועלכע זענען שוין אַפעקטירט געוואָרן
  • הערטפארטשייער (Hertfordshire)
  • ליווערפול (Liverpool)
  • לענקעשייער (Lancashire)
  • דערבישייער (Derbyshire)
  • קאָמבריע (Cumbria)
  • נאָטינגהעם (Nottingham)
  • סט. באַרטס (St. Barts) אין לאָנדאָן
  • נאָרט יאָרקשייער (North Yorkshire)
  • נאָרטהומבריאַ (Northumbria)
  • נאָרפאָלק און נאָרוויטש (Norfolk and Norwich)
  • עססעקס (Essex)
  • סטעפאָרדשייער (Staffordshire)
  • לעסטער (Leicester)

דאס איז אן אויסשליסליכע באריכט געשריבן עקסקלוסיוו פאר די אידישע נייעס.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל