וואשינגטאן – די עף. די. עי. האט באשטעטיגט א נייעם מעדיצין פאר די ביטערע עי. על. עס. קראנקהייט, וואס עס איז דאס ערשטע מאל אין 22 יאר וואס מען קומט אויף מיט א נייעם מעדיצין פאר די קראנקהייט. דער מעדיצין איז ליידער נאכנישט קיין היילונג, אבער האט זיך ארויסגעשטעלט מיט עטוואס צו פארשטאטערן דעם פארשריט פון די מחלה רח"ל.

דער מעדיצין איז אריגינאל ערפונדן געווארן אין יאפאן, און ביי פראבעס אויף פאציענטן האט זיך ארויסגעשטעלט אז די פאציענטן וואס האבן באקומען דעם מעדיצין האבן געהאט א 33 פראצענט פארשטאטערונג אינעם פארשריט פון די מחלה, קעגן פאציענטן וואס האבן באקומען פאלשע טאבלעטן. די רעגירונג האט אויך געמאלדן אז א פראנצויזישע דראג פירמע ארבעט אויף א נייעם מעדיצין פאר די קראנקהייט, און האפנטליך וועט דאס ברענגען שטערקערע רעזולטאטן.

די עף די עי
בילד: די עף די עי

די רעזולטאַט פון עי על עס אויף די שדרה נערוון
בילד: די רעזולטאַט פון עי על עס אויף די שדרה נערוון

וואס איז דאס עי על עס?
בילד: וואס איז דאס עי על עס?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל