ברוקלין – ניו יארק סיטי קאונסיל ספיקער מאליסא וויוועריטא איז ארויסגעקומען מיט א פארלאנג אז דזשאו פאנטעי, דער פירער פון די ניו יארק סיטי טורמעס דעפארטמענט, זאל זאפארט רעזיגנירן. דאס קומט נאכדעם וואס פאנטעי איז שוין עטליכע טעג פארמישט אין א סקאנדאל אז ער האט גענוצט א שטאטישע רעגירונג קאר פאר פריוואטע וואקאציע און רייזעס.

באזונדער איז דא נאך א סקאנדאל אז פאנטעי און זיינע געהילפן האבן פרובירט צו שטערן שטאטישע סיטי אויספארשער וועלכע האבן אויסגעפארשט פארשידענע מיסברויכן אינערהאלב די טורמעס דעפארטמענט.

דזשאו פאנטעי
בילד: דזשאו פאנטעי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל