מאנהעטן – ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא האט געלאזט הערן אז דערווייל יאגט זיך נישט די סיטי מיט די פלענער אפצושפארן די רייקערס איילענד טורמע. דעבלאזיא איז ארויסגעקומען אפאר וואכן צוריק און געזאגט אז ער שטיצט דעם געדאנק פון אפשפארן די קאנטראווערסיאלע טורמע און האט געזאגט אז מען וועט אנשטאט דעם עפענען אפאר קלענערע טורמעס לענגאויס אלע פינף באראס.

היינט האט מען אים געפרעגט וואו עס האלט, האט ער געזאגט אז דערווייל איז ער געווען צו פארנומען צו קענען אפליינען די סיטי טורמע קאמיסיע'ס באריכט איבער רייקערס איילענד, צו קענען פאראויסרוקן די פראצעדורן פון אפשפארן די טורמע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל