וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ'ס פלוצלימדיגע אויפזאגונג פונעם עף-בי-איי דירעקטאר, האט געברענגט אן אינטערעסאנטע רעזולטאט, אז די ספעציעלע פירמעס וואו מענטשן אינוועסטירן געלט אויף פאליטישע פאראויסשאצונגען, צייגן אז מער און מער מענטשן גלייבן יעצט אז טראמפ וועט אימפיטשט ווערן און נישט אויסדינען זיין גאנצן ערשטן טערמין אלס פרעזידענט – וויבאלד פילע האלטן אז דאס וואס ער האט אויפגעזאגט קאומי, צייגט אז ער האט מורא געהאט פונעם שטארקן אויספארשונג איבער רוסלאנד'ס קאמיוניקאציעס מיט זיינע קאמפיין באאמטע, און דעריבער איז מעגליך אז ער אליינס האט עפעס קרימינאל צו באהאלטן.

לויט די פארשידענע פירמעס וואו מען קען איינשטעקן די סארט געלטער פאר פאליטישע פאראויסשאצונגען, האלטן א מערהייט מענטשן אז ס'איז דא א זעכציג פראצענט שאנס אז טראמפ וועט אימפיטשט ווערן.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל