וואשינגטאן – א ווארטזאגער פאר'ן ווייסן הויז האט געלייקנט די באריכטן אז געהילף אטוירני דזשענעראל ראד ראזענשטיין (Rod Rosenstein) האט געסטראשעט צו רעזיגנירן נאכדעם וואס טראמפ האט געזאגט אז ראזענשטיין איז די סיבה פארוואס ער האט אויפגעזאגט קאומי.

ראזענשטיין האט געשריבן די בריוו צוזאמען מיט דזשעף סעשאנס צו רעקאמענדירן אז טראמפ זאל אויפזאגן קאומי, און זייט דעמאלט האבן פארשידענע ווייסע הויז באאמטע געזאגט אז ראזענשטיין'ס בריוו האט טאקע געברענגט אז טראמפ זאל אויפזאגן קאומי, וואס דאס האט זייער געבאדערט פאר ראזענשטיין, ווייל ער האט נישט געוואלט זיין אין צענטער פון א פאליטישע סקאנדאל.

ראד ראזענשטיין
בילד: ראד ראזענשטיין

ראד ראזענשטיין'ס מעמאראנדום איבער דשעימס קאומי און די עף בי איי
בילד: ראד ראזענשטיין'ס מעמאראנדום איבער דשעימס קאומי און די עף בי איי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל