ניו יארק – די אסאשיעטעד פּרעס מידיא פירמע האט ארויסגעגעבן די רעזולטאטן פון אן אויספארשונג וואס זי האט דורכגעפירט אויף איר אייגענע דעקונג פונעם צווייטן וועלט קריג. דאס קומט נאכדעם וואס פאראיאר איז ערשינען א באריכט וואס האט באשולדיגט אז די אסאשיעטעד פרעס האט אין לויף פונעם קריג נאכאנאנד אפגעקויפט נאצישע פראפעגאנדע און דאס פארעפנטליכט אין זייערע באריכטן.

די רעזולטאטן פונעם אינערליכן אויספארשונג צייגט אז עס זענען נישט געווען קיין שום פעלער ווען די פירמע האט דירעקט פובליצירט ארטיקלען מיט נאצישע פראפעגאנדע, אבער עס זענען יא געווען ארטיקלען וואס האבן געהאט די סארט פראפעגאנדע, ווייל די דייטשן פלעגן דאס צענזורירן און נישט ארויסלאזן קיין שום באריכט פון בערלין אנדעם וואס זיי זאלן עס האבן געזען און ארומגעטוישט.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל