פלארידע – א הערש אין די פלארידע קי'ס אינזלען האט פריי אפגעאטעמט, נאכדעם וואס א שעריפס דעפיוטי האט אראפגעשלעפט פון אים דאס זעקל פאטעיטא טשיפס וואס איז געבליבן פארקנוילט אויף זיין קאפ. ס'האט פאסירט ווען דער שעריפס דעפיוטי איז געפארן אויף א פאטראל און באמערקט א הערש שפרייזן ממש בלינדערהייט מיט'ן קאפ איינגעהילט מיט א פאטעיטא טשיפ זעקל. ווי עס שיינט האט זיך דעם הערש פארשמעקט צו עסן פאטעיטא טשיפס, און ער האט אזוי טיף אריינגעגראבן דעם קאפ אינעם זעקל, אז ער האט עס שוין מער נישט געקענט ארויסשלעפן. דער דעפיוטי איז צוגעגאנגען העלפן דעם הערש, וועלכער איז געווען אויסגעמאגערט פון הונגער נאכ'ן נישט קענען עסן א שיינע שטיק צייט צוליב'ן זעקל אויפ'ן קאפ. דער הערש איז גראדע געווען רואיג און ער האט געלאזט דעם שעריפס דעפיוטי אראפצושלעפן דאס פאטעיטא טשיפס זעקל פון זיין קאפ.

בילד: באפרייט דעם הערש פון פאטעיטא טשיפס...


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל